07 October 2023

וועלוול טשערנין

***
דאָס וועט נעמען אַ יאָר אָדער מער:
אויסצופֿירן בעטאָנענע הליבעס,
איבערצושמעלצן צעריסענעם אײַזן
און באַגראָבן נבֿלות.
שוין דערנאָך אויף דעם אָרט
אויסצוּוואַקסן וועט זיכער
אַ חלום אַ שטאָט,
ווײַל מע זינגט דאָך כּסדר:
ונבֿתה עיר על תּלה –
מיט אַ שאָטן פֿון פּאַלמעס
און גערויש פֿון פֿאָנטאַנען,
מיט אַ ים־פּליאַזש דלילה,
מיט אַ סטאַדיאָן שמשון,
מיט אַ פּאַלאַץ פֿון דיכטונג
מיטן נאָמען ר׳ ישׂראל נאַדזשאַראַ.
לעבן אים, אויף אַ פּרעכטיקן פּלאַץ
אויפֿן נאָמען פֿונעם גרויזאַמען מלך
אלכּסנדר ינאי
שבֿחין אסדר צפֿרא ורמשא
כּי עזה כמוות אַהבֿה.
***
זה ייקח שנה או יותר:
לפנות את סלעי הבטון,
לאסוף גרוטאות ברזלים לשם התכה מחדש
ולקבור נבלות.
רק אחר־כך
תקום במקום
עיר חלום
כי הרי מזמרים כל שבת:
ונבנתה עיר על תלה –
עם צללי דקלים
וצלילי מִזרקות,
עם חוף דלילה
ואצטדיון שמשון,
עם היכל השירה
על שם רבי
ישראל נג׳ארה.
לידו, בכיכר
אלכסנדר ינאי
שבחין אסדר צפרא ורמשא
כי עזה כמוות אהבה.